bialik

                                                     ביאַליקס יידישע לידער

 

חיים־נחמן ביאַליק און יידיש? היתכן?! יתכן גם יתכן!

 

דער נאַציאָנאַלער העברעאישער דיכטער האָט ליב געהאַט מאַמע־לשון און גלייכצייטיק ווילנדיק, צי זיך־אליין צווינגענדיק, געהאַסט דעם "זשאַרגאָן".

 

ער האָט געשאַפן וואונדערלעכע "פאָלקסטימלעכע" לידער צום זינגען אויף העברעאיש; לידער, וואָס ציען זייער פּאָעטישע יניקה דירעקט פונעם יידישן פאָלקסליד און אפילו געשאַפן קרוב צו צוואַנציק יידישע לידער.

 

ניט קיין מי־יודע וואָס פאַר אַ גרויס געזעמל לידער אויף יידיש איז דאָס. אָבער צו יענער צייט, סוף 19טן אָנהייב 20טן יאָרהונדערט, זיינען ביאַליקס יידישע לידער געווען, און ביזן היינטיקן טאָג געבליבן, צווישן די שענסטע און רייפסטע מוסטערן פון מאָדערנער יידישער פּאָעזיע.

 

און כאָטש ביאַליק ווערט פריער פאַר אַלץ באַטראַכט ווי "דער גרויסער נאַצינאָלער העברעאישער משורר", איז ער אויך שטאַרק באַליבט צווישן די ליבהאָבער פון יידישער פּאָעזיע אַלס ראַפינירטער "יידישער נאַציאָנאלער פּאָעט".

  

דאָס דאָזיקע וועב־זייטל איז מכוון צו באַקענען דעם ברייטערן עולם מיט חיים־נחמן ביאַליקס יידישע לידער.

 --

 

 

                     וועגן דער הברה פון דער עלטערער העברעאישער דיכטונג

 

 

 

title

Add your main content here - text, photos, videos, addons, whatever you want!

title

Add your main content here - text, photos, videos, addons, whatever you want!